אגרת ד'קז
י"א שבט, תשט"ז · ברוקלין.
אין ענטפער אויף אייער בריף מיום החמישי. בעת רצון וועט מען מזכיר זיין אייך אייערע קינדער און אייניקלעך שי' און השם יתברך זאל העלפען אז איר זאלט האבען נחת פון זיי און פון אלעמען צוזאמען אמת'ן נחת וואס דאס איז אידישער נחת. און לויטן מאמר תורתנו הק' ממנו יפלא כל דבר, וכפי הידוע מספרים הקדושים, ווען מען קוקט מיט א עין יפה ועין טובה, איז ניט נאר וואס מען באמערקט מעלות נאר אויך פון דעם קוקען באקומען זיי חיזוק, ובמילא ווערן קלענער און ווייניגער די ענינים לא טובים, און בפרט לפי המבואר בתניא פרק ל"ב, און אין ספר דרך מצותיך, מצות אהבת ישראל, אין דעם ענין ואהבת לרעך כמוך ביז מען זאגט אויף אהרן הכהן וועלכער איז געווען קדש הקדשים, אוהב את הבריות - אפילו אזעלכע וועלכע האבען קיין ענין ניט, א חוץ דעם וואס זיי זיינען באשאפען געווארן, וכמבואר ע"י רבנו הזקן בתניא שם. און השם יתברך זאל העלפען אזוי ווי כהנים זיינען דאך זריזים, און זיי האבען אויפגעטאן דרוך זייער עבודה אז - עד מהרה ירוץ דברו, אן קיינע מניעות ועכובים (כמובא בלקוטי תורה לרבנו הזקן סוף פרשת קרח), זאל ואיך דאס אויבען דערמאנטע קומען וואס פריער למטה מעשרה טפחים.
Kehot Publication Society · commercial
יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub
הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
דיווח על בעיהבלי חשבון
הטמעה באתר אחר
על הדף
פרטים
- חיבור
- אגרות קודש
- כרך
- חלק יב
- מזהה
- rh-s6aqkd4s
עותקים
פעילות אחרונה
עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.
מקורות
- sichos-kodesh-unit