English
ספרייה

אגרת ו'תרמו

ט"ו טבת, תשי"ט · מרת זלטה תחי'

ב"ה, ט"ו טבת, תשי"ט

ברוקלין.

מרת זלטה תחי'

ברכה ושלום!

נאך א ליינגערן איבעררייס איז אנגעקומען אייער בריף פון יו"ד טבת, יהפך לששון ולשמחה בקרוב, מיט דאס בייגעלייגטע פוטו פון סמינר ובית ספר מקצועי.

און השם יתברך זאל העלפען אז מתוך שמחה וטוב לבב זאלט איר ניט נאר פארזעצען די העכסט וויכטיגע ארבעט נאר אויך צוגעבען אין דעם און איינווירקען אויף דער אומגעבונג אז אויך זיי זאלען אזוי טאן און אלץ אין א שטייגענדער מאס, און זיכער איז איבעריג צו מאריך זיין אין דער וויכטיקייט פון דעם, און זיכער איז אויך איבעריג צו מאריך זיין וועגען דעם גרויסען וואונדער און צער, וועלכעס פארשאפט דא די ידיעות פון דער "פ;63636#&ארעווער" באציהונג פון פילע מאנ"ש צו דעם מוסד, ניט קוקענדיג אויף די מערערע שיחות פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע וואס מען האט געהערט מינדלעך און אויך איז דא אין שריפט, וועגען דער העכסט וויכטיקייט פון אזעלכע מוסדות.

ויהי רצון אז ווייניגסטען פון איצטער אן און ווייטער זאל מען מערער טיפער אריינטראכטען זיך אין די אויבען דערמאנטע שיחות און אין [א] אופן אז דאס זאל בריינגען צו מעשים בפועל אין דער גרעסטער מעגליכער מאס, ווארום עס איז פראן די פולע מעגליכקייט און עס פעלט נאר ליידער דער ווילען, ווי דער באוואוסטער ווארט, דו קענסט נאר דו ווילסט ניט (מאזשעס ד;63636#&א ניע חאטשעס).

בעת רצון וועט מען מזכיר זיין די אלע וועגען וועלכע איר שרייבט אויף דעם ציון הק' פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, און דער זכות פון אייער ארבעט פאר די אויבען דערמאנטע מוסדות זאל ביישטיין אייך און אייערע ב"ב שי' צו אנזאגען גוטע בשורות אין דעם אלעס וואס איר שרייבט.

בברכה.

Kehot Publication Society · commercial

יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-scrfam1y

עותקים

אגרות קודש · עברית · Kehot Publication Societyטקסט

פעילות אחרונה

עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.

מקורות

  • sichos-kodesh-unit6646