English
ספרייה

אגרת ו'תתקמד

כ"א תמוז, תשי"ט · ברוקלין.

ב"ה, כ"א תמוז, תשי"ט

ברוקלין.

שלום וברכה!

אין ענטפער אויף אייער בריף אין וועלכעןאיר שרייבט וועגען דער התועדות, און דעם געדאנק פון שלש פעמים בשנה וכו'.

זעלבסט פארשטענדליך, אז איר דארפט ניט בעטען קייןענטשולדיגונג, נאר זען אז די ענינים וואס איר שרייבט, וואס זיינען ארויף אויף אייער געדאנק, זאלט איר דאס אראפבריינגען אין הנהגה בפועל, און עס איז באוואוסט די הוראה פון רבותינו נשיאינו הק' זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, אז יעדער ענין וואס בריינגט צו א צוגאב אין יראת שמים און א צוגאב אין קיום המצות כדבעי, איז כדאי ונכון, וכמ"ש את האלקים ירא ואת מצותיו שמור כי זה כל האדם, און אין קיום המצות כדבעי, איז דאך איינגעשלאסען דער ענין פון דרכי נועם, וואס דאס איז א דין אין תורה, כמ"ש דרכי' דרכי נועם וכל נתיבותי' שלום, צו אויסניצען דאס בהשפעה אין דער סביבה והזולת צו מקרב זיין לתורה ולמצוה דורך אהבת ישראל און אויך מיט חסידות'שער ווארימקייט, און וויבאלד מ'פאדערט דאס פון אונז, ובפרט מתושבי כפר חב"ד, איז דאך געוויס אז עס איז געגעבען געווארען די כחות אז מען זאל דאס קענען ערפילען, סיי בנוגע דער סביבה און סיי בנוגע זיך אליין, וק"ל.

זיכער באטייליגט איר זיך אין די שיעורים וועלכע ווערן געלערנט ברבים, אלס צוגאב די שיעורים פון חומש תהלים ותניא הידועים, און באטייליגט זיך אויך אין דער ארבעט פון הפצת המעינות ככל הדורש.

בברכה לבשו"ט בכל האמור.

Kehot Publication Society · commercial

יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-vfa34z3e

עותקים

אגרות קודש · עברית · Kehot Publication Societyטקסט

פעילות אחרונה

עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.

מקורות

  • sichos-kodesh-unit6944