RebbeHub
עב · EN
ספרייה

אגרות קודש, חלק יב

אגרת ג'תתפח

ב"ה, י"ז חשון, תשט"ז

ברוקלין.

מרת שולע שפרה תחי'

ברכה ושלום!

איך בין געווען צופרידען צו באקומען אייער בריף פון י"א חשון, אין וועלכען איר שרייבט וועגען דער השתדלות בנוגע צו חלב ישראל, און די פערשידענע מעגליכקייטען וועלכע זיינען פראן אין דעם, און השם יתברך זאל העלפען אז איר זאלט ניט אפגעשוואכט ווערען אין דער ארבעט און דענסטמאל וועט דאס זיון בהצלחה, ווי עס איז פארזיכערט געווארען חסידים ואנ"ש אז אין יעדער ענין פון תורה יראת שמים ומדות טובות וועלען זיי מצליח זיין (קיצורים והערות לתניא סוף עמוד קכ"ב).

און בפרט אין דעם ענין, וואס אויסער די עצם זאך אליין וועט דאס זיין אויך א קידוש השם, אז ביז איצטער איז די גאנצע זאך געווען פארלאזען און די נשי ובנות חב"ד האט זיך איינגעגעבען צו מאכען דעם תיקון דעם גרויסען, און דער זכות זאל אייך ביישטיין, און די אלע וואס טוען אין דעם, אין דעם וואס זיי באדארפן בגשמיות וברוחניות.

בברכה,

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א

מזכיר

Kehot Publication Society · commercial

יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר