English
ספרייה

אגרת ט'קלז

יום א' לסדר ושבתה הארץ שבת לה', ה'תשכ"ו · פון נשי ובנות חב"ד ה' עליהן תחיינה

ב"ה, יום א' לסדר ושבתה הארץ שבת לה', ה'תשכ"ו

ברוקלין, נ.י.

צו דער עלפטער יערלעכער קאנווענשאן

פון נשי ובנות חב"ד ה' עליהן תחיינה

ברכה ושלום!

דער לייט-מאטיוו פון דער הייארדיגער קאנווענשאן איז שבת , און די טעמע איז ספעציעל צוגעפאסט צום דאזיגען יאר פון שמיטה . דערצו קומט פאר די קאנווענשאן אין פרשת בהר וואס הויבט זיך אן מיט דעם ענין פון שמיטה און פאראייניגט דעם ענין פון שמיטה מיט שבת, ווי די תורה זאגט: ובשנה השביעית.. שבת לה' (אין דעם זיבעטן יאר זאל זיין א שבת צו ג-ט), און ווי אונזערע חכמים באמערקן: - לשם ה' כשם שנאמר בשבת בראשית (צוליב דעם אויבערשטן, ווי עס שטייט בא דעם שבת פון וועלט-באשאפונג).

דאס מיינט צו זאגן:

אזוי ווי שבת - דער זיבעטער טאג - איז אויסגעטיילט פון אלע טעג

פון וואך און איז געהייליגט צו ג-ט, אזוי איז שמיטה - דער זיבעטער יאר - אויסגעטיילט פון אלע איבעריגע יארן און איז געהייליגט צו ג-ט;

און פונקט ווי שבת זאגט עדות, אז דער אויבערשטער איז דער באשעפער פון דער וועלט, וואס האט די וועלט באשאפן אין זעקס טעג און האט גערוט אין דעם זיבעטן טאג - שבת-קודש, און דאס חזר'ט זיך איבער אלע וואך, ווארום די ג-טליכע באשאפונג פון דער וועלט איז א שטענדיגע, ווי ערקלערט אין פיל ערטער און ספעציעל אין חסידות - אזוי איז אויך שמיטה אויסגעטיילט געווארן פון אלע יארן און איז געהייליגט געווארן אלס עדות, אז דער אויבערשטער איז דער בעל-הבית פון דער וועלט.

* * *

אין טאג טעגליכן לעבן איז דאס:

אין פרטיות'דיגען לעבן פון א אידן איז דא צייטן וואס דער גייסטיגער לעבן איז אויסדריקלעך און בולט - ווי א איד לעבט אין שול און בית המדרש, אין ישיבה און מוסד חינוך, א לעבן דורכגעדרונגען מיט תורה און יראת שמים - א "שבת לה'".

קען ער דאך מיינען, אז אין אנדערע צייטן - אין שטוב, אין שטוביגע זאכן, אין גאס און אין געשעפט - איז ניט אזוי וויכטיג צו אונטערשטרייכן דעם לה' ;

אזוי - דער ניט בעארבעטן די פעלדער, לאזן די ערד רוה[ע]ן דעם שמיטה יאר - איז דאך א "וואכעדיקער" טבע-מיטל אז די ערד זאל זיין פעטער און מער פרוכטבאר, זי זאל ארויסגעבן מער און בעסערע תבואה - זאגט אן די תורה - אז דער רוה[ע]ן דארף זיין נאר לה' - לשם ה'.

די שנת השמיטה דערמאנט און אונטערשטרייכט - ווי שבת בראשית - אז בא אידן דארפן אלע איינצלהייטן און פאסירונגען אין טאג-טעגלעכן לעבן, אפילו די "וואכעדיגע" און "ערדישע" זאכן - ווי עסן און טרינקען און עניני פרנסה - זיין לה': עסן לה', טרינקען לה', ארבעטן און האנדלען - לה'; אלע, אלע פרטים פון טאג-טעגלעכן לעבן פון א אידן דארפן זיין דורכגעדרונגען מיט הייליקייט און ליכטיקייט וואס פארבינדן אידן מיט השם יתברך.

* * *

אזא ארט לעבן הענגט אפ - ווי גערעדט מערערע מאל - אין גאר א גרויסע מאס פון די אידישע פרויען און טעכטער: די וואס פירן שוין אן מיט אידישע היימען, אלס עקרת הבית, די מוטער און באבע; און די וועלכע גרייטן זיך צו דעם העכסט-וויכטיגען תפקיד, די אידישע טעכטער.

דער אויבערשטער זאל מצליח זיין אייער פארצווייגטע טעטיקייט צו פארשטארקן אידישקייט - תורת ה' ומצוות ה' דורכגעדרונגען און באלויכטן מיט דער ליכטיקייט און ווארעמקייט פון חסידות - סיי אין די נאענטע קרייזן פון דער אייגענער משפחה, סיי אין די ברייטערע קרייזן פון דער סביבה, און עס זאל מקויים ווערן די ג-טלעכע ברכה אין דער סדרה פון היינטיגער וואך וצויתי את ברכתי לכם (איך וועל באפעלן מיין ברכה צו קומען צו אייך), איר און אלע אייערע שיחיו זאלן געבענטשט ווערן מיט דעם אויבערשטענס ברכה אויך אין אן איבערנאטירלעכן אופן און אין אלע אזוי-גערופענע נאטירלעכע פאסירונגען און באדערפענישן, מידו המלאה הפתוחה הקדושה והרחבה.

בברכה להצלחה ולבשורות טובות

מנחם שניאורסאהן

Kehot Publication Society · commercial

יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-g14p56ta

עותקים

אגרות קודש · עברית · Kehot Publication Societyטקסט

פעילות אחרונה

עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.

מקורות

  • sichos-kodesh-unit9137