אגרות קודש
אגרת ט'רצו
צוום יערלעכען באנקעט פון דער ליידיס אקזילערי פון בראנזוויל און איסט-ניו-יארק פאר די ליובאוויטשער ישיבות תומכי תמימים, און אלע אנטיילנעמער,
איך האב שוין באמערקט בא פארשידענע געלעגנהייטן, אז היי-יאר איז א סגולה-יאר פאר טעטיקייטן וועלכע זיינען פארבונדן מיט חינוך-על-טהרת-הקודש, אזוי ווי עס איז א יאר פון הקהל. אין דער צייט פון בית-המקדש האט מען אין דעם יאר נאך שמיטה פארזאמלט דעם גאנצן פאלק, מענער, פרויען און קינדער (האנשים והנשים והטף), צו דערמוטיגען און שטארקן זיי אין עניני יראת שמים, תורה ומצוות.
די מצוה פון הקהל צייכנט זיך אויס דערמיט וואס זי פארפליכטעט אלע אידן - מענער, פרויען און קינדער, אויך גאר קליינע קינדער.
אזוי ווי דער באנקעט קומט פאר דעם חודש, וואס די נקודה פון דעם חודש איז פורים , איז כדאי צו באמערקן, אז עס איז פאראן אן ענלעכקייט צווישן דער מצוה פון הקהל און דעם ענין פון פורים, אין דעם וואס אויך די געשעענישן פון פורים האבן אנגערירט אלע אידן גלייך - מענער, פרויען און קינדער (כל היהודים מנער ועד זקן טף ונשים ביום אחד). און דעריבער, אז מ'האט געדארפט מבטל זיין די גזירה פון המן הרשע, האט אסתר געפאדערט - לך כנוס את כל היהודים, צו פארזאמלען אלע אידן צו פאסטן און תשובה טאן. און די חכמים זכרונם לברכה דערציילן, אז ווען איז די גזירה בטל געווארן? - ווען די קליינע קינדער, תינוקות של בית רבן, וועמען מרדכי הצדיק האט פארזאמלט און געלערנט מיט זיי תורה, זיינען געווען גרייט צו גיין אויף מסירת-נפש צוזאמען מיט מרדכי הצדיק.
די מצוה פון הקהל און דער ענין פון פורים דערמאנען אונז, אז דער איינציגער וועג צו באווארענען, אז עס זאל לכתחילה ניט אויפשטיין א המן, און מ'זאל ניט דארפן אנקומען צו די נסים, איז דורכדעם וואס מ'וועט פארזיכערן, אז אלע אידישע קינדער, פון דער פריסטער יוגנט אן, זאלן באקומען א תורה-טרייען חינוך, אין מוסדות תורה על טהרת הקודש.
איך האף, אז די דאזיגע דאפלטע דערמאנונג וועט ארויסרופן א דאפלטע באגייסטערונג בא די חשובע אנפירערינס און חברות פון דער ליידיס אקזילערי און אלע אנטיילנעמער אין דעם באנקעט, צו פארשטארקן און אויסברייטערן אייער העכסט-וויכטיגע ארבעט. השם יתברך זאל אייך אין דעם באגליקן, און דער זכות פון הפצת התורה והמצוות זאל ביישטיין אייך און אייערע בני-בית שיחיו, אז אלע ענינים, בגשמיות וברוחניות, זאלן זיין אין אן אופן פון מרבין בשמחה.
בברכה להצלחה ולבשורות טובות ולפורים שמח
Kehot Publication Society · commercial
יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub
הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
דיווח על בעיהבלי חשבון
הטמעה באתר אחר
על הדף
פרטים
- חיבור
- אגרות קודש
- כרך
- חלק כד
- מזהה
- rh-byy81hee
עותקים
פעילות אחרונה
עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.
מקורות
- sichos-kodesh-unit