אגרות קודש
אגרת ט'קכב
אל בני ובנות ישראל בכל מקום ומקום
דער יום-טוב "פסח" ווערט אנגערופן אויפן נאמען פון דעם קרבן פסח , וואס האט צוגעגרייט און געבראכט און (דערפון איז פארשטאנדיק אז ער) האט אויסגעדריקט דעם אינהאלט פון א עיקר פאסירונג און א כללות'דיגע פאסירונג אין לעבן פון אידן: יציאת מצרים און זמן חירותנו - דעם טאטאלן ארויסגיין פון מצרים און די דערגרייכונג פון אונזער פרייהייט. זאגט אן די תורה גענוי די פרטים און פרטי פרטים ווי דער קרבן פסח דארף צוגעגרייט ווערן, ווי מען דארף עם מקריב זיין און ווי ער דארף געגעסן ווערן.
אויף איינעם פון די פרטים און - וואס מען קען לערנען פון עם וועל איך זיך דא אפשטעלן.
דער קרבן פסח - א שעפס, וואס איז געווען די עבודה זרה פון מצרים - האבן אידן געדארפט מאכן א פסח לה', שעכטן עם און דערנאך בראטן עם אויפן פייער - ראשו על כרעיו ועל קרבו - "קאפ, פיס און אינגעווייד צוזאמען" .
אלעס, פון דאס העכסטע און דער קאפ ביז צו די סאמע לעצט-ראנגיקע
איינצעלהייטן און די פיס פון דער עבודה זרה און אפילו די זאכן וועלכע זיינען נאר א מיטעל כדי אויפצוהאלטן און "שפייזן" די עבודה זרה (די קאפ ביז די פיס) דארפן בטל ווערן; עס ווערט געמאכט א פסח לה' ראשו על כרעיו ועל קרבו און דאס אלעס ווערט געבראטן מיטן זעלבן פייער.
די אפווארפונג פון עבודה זרה מוז זיין א גענצלעכע, אין אלע פרטים . אויב ער דינט טאקע ניט צו דער קאפ פון דער עבודה זרה, עס עקזעסטירן ניט פאר עם איר חכמה און שכל, ער בוקט זיך אבער פאר אירע פיס, ווארום ("מצרים" זאגט אז) זיי טרעטן און הערשן אויף אלעס און אלעמען, ער פארלירט זיך און בוקט זיך פאר די מיטלען וועלכע עבודה זרה ניצט;
אזוי אויך בא דעם מענשן אליין: עס איז דא די עבודה זרה פון "ראשו" - ער מאכט זיין קאפ און זיין באגרענעצטן שכל פאר די העכסטע און לעצטע אוטאריטעט; די עבודה זרה פון די נידריגערע זאכן אין עם ביז "כרעיו" - די תאווה פון מאכט הערשן און טרעטן און צוטרעטן אלעס וואס ארום עם; ביז דאס בוקען זיך און מאכן פאר אן אפגאט דעם "קרבו" - זיין עסן און פרנסה, וואס צוליב זיי שטעלט ער זיך ניט אפ פאר קיין זאך,
איז אויף דעם אלעם גילט דער כלל: א משהו (קאפיטשקע) עבודה זרה - איז א גאנצע עבורה זרה.
און אזוי ווי בא יציאת מצרים (און - יציאה פון תועבות מצרים), אזוי אויך באם חרותנו, אונזער באפרייאונג און באגריף פון באפרייאונג, וואס באשטייט אין ווערן עבדי, דעם אויבערשטען'ס קנעכט, דער מסירות נפש'דיגער באשלוס צו זיין א איד, איז אין דעם ניט שייכות קיין מעסטן און חילוקים: מער מסירות נפש ווען עס רעדט זיך וועגן די פיס און ווייניגער - ווען עס קומט צו קאפ, צו ענינים פון קאפ, וואס ער וויל פארשטיין דוקא מיט'ן שכל. ווען איז פסח הוא לה' - אז ראשו על כרעיו ועל קרבו - אז אלעס ווערט ארומגענומען מיט דעם זעלבן פייער, א פייער וועלכער ברענט דורך, א דורך און דורך .
אין די טעג פון צוגרייטונג צו פסח - י"ג ניסן - היינטיגס יאר איז דער 100'טער יארצייט פון דער הסתלקות הילולא פון כ"ק אדמו"ר ה"צמח צדק". א מוסטער פון שלימות אין דעם אויבנדערמאנטן באגריף, מסירות נפש'דיגער פייער וואס נעמט דורך א אידן ראשו על כרעיו ועל קרבו אלע טעג פון א גאנץ יאר - קען מען דאס זען אין דעם רבי'ן דעם "צמח צדק". ער האט פאראייניקט אין זיך די העכסטע מדריגות פון צדיק, גאון, חוקר, מקובל, פוסק און מנהיג ישראל. פונקט ווי זיין גאונות האט דערגרייכט אין אלע ווינקעלעך פון תורה, נגלה און נסתר - אין פשט רמז דרוש סוד - אזוי איז זיין הנהגת הציבור והנהגת היחיד געווען אין אלע ענינים, גשמיות'דיגע און רוחניות'דיגע, פון די העכסט-וויכטיגע פאר דעם כלל ישראל - ביז די גאר "נידריגע" פון אן איינצעלנעם פרט און יחיד; פון פארשפרייטן לאנדווירטשאפט צווישן אידן און פועל'ן בא דער מלוכה די געהעריגע הנחות, ביז פארזארגן א אידן מיט א הלואה[;] פון באווארענען און פארשטארקן דעם תורה-חינוך פון כלל ישראל אין רוסלאנד, ביז באזארגען א מלמד פאר א יחיד.
און דאס אלעס האט ער געטאן מיט פייער פון מסירות נפש, מיט אלע זיינע כחות הנפש און מיט אלץ וואס ער האט פארמאגט - געטאן אזוי סיי פאר דעם כלל און סיי פאר דעם פרט.
און כאטש ווער קען זיך גלייכן צו כ"ק אדמו"ר בעל ה"צמח צדק", האט אבער דער אמת'ער צדיק ומנהיג ישראל די אייגנשאפט צו לייכטן און באלייכטן און משפיע זיין כחות צו יעדן איינעם וועלכער וויל גיין אין זיינע וועגן, ווי די ריזיגע זון שפיגלט זיך אפ און מאכט ליכטיג און לייכטענד א קליינעם טראפן וואסער - אויב נאר דער טראפן וואסער איז ריין און קלאר און געווענדט צו דער זון.
ויהי רצון - השם יתברך זאל העלפן, אז די התעוררות פון ימי הפסח - און לויט דעם ביישפיל פון בעל ההילולא - זאל באווירקן יעדן איינעם און איינע אין גייסט פון יציאת מצרים און זמן חירותנו, מען זאל באפרייט ווערן פון אלע שטערונגען און באשרענקונגען (מצרים וגבולים), סיי אינערלעכע און סיי פון דרויסן, און זיין עבדי ה' - דינען דעם אויבערשטן אין אמת'ער חירות,
און דורכדעם אויך צואיילן די גאולה האמיתית והשלימה על ידי
משיח צדקנו און די ערפילונג פון דער בקשה: ונאכל שם מן הזבחים ומן הפסחים.
Kehot Publication Society · commercial
יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub
הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
דיווח על בעיהבלי חשבון
הטמעה באתר אחר
על הדף
פרטים
- חיבור
- אגרות קודש
- כרך
- חלק כד
- מזהה
- rh-h8m81zja
עותקים
פעילות אחרונה
עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.
מקורות
- sichos-kodesh-unit