English
ספרייה

אגרת ט'קלט

כ"ב אייר, ה'תשכ"ו · ברוקלין, נ.י.

ב"ה, כ"ב אייר, ה'תשכ"ו

ברוקלין, נ.י.

ברכה ושלום!

איך באשטעטיג די ערהאלטונג פון דעם בוך פון אייער מאן..ע"ה און איך דאנק אייך פאר דער אויפמערקזאמקייט.

צוזאמען מיט דער באשטעטיקונג, געפין איך אבער פאר מיין פליכט, ווי שווער דאס זאל ניט זיין, אויסצודריקן מיין נעגאטיווע שטעלונג צו נוצן די פערזאנען און געשעענישן פון אונזערע כתבי-קודש אין אלעגארישע אויסטייטשונגען, בפרט אין דער ריכטונג וואס פארטונקלט זייער ליכטיקייט און אויסדערוויילקייט, אפילו ווען דאס איז ניט געווען די כוונה פון דעם דיכטער.

מ'איז טאקע געוואוינט, אז אין פאעזיע ערלויבט מען זיך פארשידענע פרייהייטן.

לויט מיין מיינונג אבער, טאר דאס ניט באנוצט ווערן צו די פערזאנען און שפאלטן פון תנ"ך, וועמענס לעבן און שאפן האט נאך ביז היינטיגען טאג אן איינפלוס אויף אידן פון אלע עלטער, און אפילו אויף ניט-אידן. דאס פאדערט צו היטן זיך פון אויסנוצן פאעטישע פרייהייט אפילו צו מאכן זיי העכער ווי זיי ווערן געשילדערט אין תנ"ך, וואס קען ברענגען דעם לייענער צום באשלוס, אז וויבאלד א טייל פון דער באשרייבונג איז א גוזמא, קען דאך זיין אז די גאנצע זאך איז איבערטריבן; שוין אפגערעדט דערפון אויב מען נוצט אויס די דערמאנטע פרייהייט אין די אנטקעגנגעזעצטע ריכטונג.

ווי אויבן דערמאנט, איז מיר שווער מאריך צו זיין אין דעם, בפרט אז מ'זעט פון דעם בוך אז די כוונה פון דעם מחבר איז געווען א גוטע. דערצו איז דאך בכלל ניט עטיש און קעגן מוסר היהדות צו פארשפרייטן זיך אין קריטיק וועגן איינעם וואס איז שוין אין עולם האמת. אבער אן אלגעמיינעם "פראטעסט" האט מען אויך ניט קיין רשות צו פארשווייגן.

דרך אגב, און אפשר איז דאס ניט דרך אגב, איז געווען דערפאר ספעציעל אנגענעם צו זען אין דער בייגעלעגטער ליד פון אייך - אין "קינדער זשורנאל" - אן אויסדרוק דוקא פון מסורה-גייסט וואס ווירקט אויף קינדר לייענער צו דערנעענטערן זיי צו דער ליכטיקייט פון שבת און אירע הייליקייטן.

בכבוד ובברכה,

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א

מזכיר

נדפסה בלקו"ש חל"ג ס"ע 249, והושלמה עפ"י העתק המזכירות.

  • ) עיין זח"א קיח, סע"א. כתובות קיא, ב. לקו"ת ר"פ עקב.

------------------------

יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-27f229j5

עותקים

אגרות קודש · עברית · Kehot Publication Societyטקסט

פעילות אחרונה

עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.

מקורות

  • sichos-kodesh-unit9139