English
ספרייה

אגרת ט'שע

ימי הסליחות, ה'תשכ"ז · ה' עליהם יחיו

ב"ה, ימי הסליחות, ה'תשכ"ז

ברוקלין, נ.י.

אל בני ובנות ישראל בכל מקום ומקום

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

מיר שטייען ביים אפשלוס פון ה'תשכ"ז, א יאר פון הקהל - די ספעציעלע מצוה וואס איז דורכגעפירט געווארן איין מאל אין זיבן יאר, אין דעם נאך-שמיטה יאר, צו פארזאמלען ("הקהל") דאס פאלק, מענער, פרויען און קינדער, אין בית-המקדש, מיטן צוועק צו שטארקן און דערמוטיגען זיי אין תורה און מצוות מיט יראת-שמים.

ווי אלע ענינים פון תורה, תורת חיים ("אנווייזונג אין לעבן"), שפיגלט זיך אפ אויך דער ענין פון הקהל אין פארשידענע זאכען פון טאג-טעגלעכן לעבן. אויף איין אספעקט דערפון וועלן מיר זיך דא אפשטעלן - אין צוזאמענהאנג מיט די איצטיגע טעג פון חשבון-הנפש מיט די געהעריגע אויספירן און באשלוסן, וועלכע דינען אלס צוגרייטונג צו א נייעם און בעסערן יאר אין אלע הינזיכטן. אבער צוערשט א הקדמה:

* * *

דאס מענטשלעך לעבן דריקט זיך אויס אין דריי אלגעמיינע טעטיקייטן: מחשבה, דיבור און מעשה (געדאנק, ווארט און טאט).

אין איינקלאנג מיט דעם אנגענומענעם כלל, אז קיין זאך גייט ניט פארפאלן, איז דאס אזוי אויך בנוגע מענטשלעכע מחשבה, דיבור ומעשה, ד.ה. אז א געדאנק, ווארט און טאט פון נעכטן און אייערנעכטן און נאך פריער זיינען ניט פארלארן געגאנגען, נאר האבן זייער השפעה אויך אויף דעם היינט און מארגן, ווי מען זעט עס גאנץ פשוט אין פאקטישע רעזולטאטן, סיי בנוגע זיך און סיי בנוגע דער סביבה.

נאך א נקודה אין דעם איז, וואס כאטש אויבערפלעכלעך ווייזט זיך אויס, אז אן אפגעטאנענע זאך איז שוין ארויס פון דעם מענטשלעכן רשות: וואס געווען איז געווען, און דער מענטש קען ניט צוריקציען און ענדערן דעם עבר -- איז אבער באמת ניט אזוי, ווארום דער אויבערשטער האט דעם מענטשן געגעבן א ג-טלעכן כוח - דורך תשובה - איבערצואנדערשן אויך דעם עבר. דאס הייסט, אז תשובה מיינט, ניט נאר די מעגלעכקייט צו ענדערן דעם גאנג פון דער צוקונפט, נאר האט אויך דעם כוח דירעקט ווירקן אויפן עבר: איבעראנדערשן אים ביז - אים איבערצומאכן אינגאנצן; ביז אפילו בייזוויליגע מעשים פארלירן זייער הארבע שולד (זדונות נעשות לו כשגגות ), און נאך מער - זיי קענען אפילו פארוואנדלט ווערן אין פאזיטיווע דערגרייכונגען )זדונות נעשות לו כזכיות).

און א ווייטערדיגע נקודה: עס זיינען פאראן זאכן וועלכע קומען צום אויסדרוק - אין ספעציעלע צייטן - מיט מער לעבעדיקייט און געפיל ווי אין אנדערע צייטן. און דאס ברענגט אונז צו דער ספעציעלער באדייטונג פון הקהל אין דעם איצטיגען מאמענט:

* * *

אויב יעדן יאר, אין דער דאזיגער צייט, דארף א מענטש מאכן א חשבון און סך-הכל פון זיינע מחשבות , דיבורים ומעשים אין פארגאנגענעם יאר, אויך אלס א הכנה צו ראש השנה, ווען ער נעמט אויף זיך די אבסאלוטע סואוועריניטעט פון דעם בורא עולם און מלך העולם , דארף דאס דורכגעפירט ווערן מיט נאך מער איבערגעבנקייט און געפיל ביים אפשלוס פון הקהל-יאר . ווארום דער ענין פון הקהל , אין א גייסטיגען זין, דערמאנט און פאדערט צונויפזאמלען אלע זיינע מחשבות, דיבורים און מעשים און זיי אריינשטעלן אין זיין אינערלעכן "בית-המקדש", מיט א פולשטענדיגער איבערגעבנקייט צו אונטערווארפן זיך צום דבר המלך - צום אויבערשטן.

הייאר, צום אפשלוס פון הקהל-יאר, דארף א איד מאכן א ספעציעלן חשבון-הנפש אין דעם גייסט פון "הקהל" מיט א פעסטן באשלוס:

צו ענדערן די מחשבות, דיבורים און מעשים אין טאג-טעגלעכן לעבן, וועלכע פאדערן אן ענדערונג;

צו פאריכטן און פארבעסערן די וועלכע פאדערן מער שלימות;

און אריינברענגען מער התלהבות און לעבעדיקייט אין די ענינים וועלכע זיינען אפילו אפגעטאן געווארן בשלימות, אבער נאר לפי ערך פון א גייסטיגען צושטאנד אין וואכעדיגע חדשים, כדי זיי צו באלעבן מיט דעם גייסט פון דעם איצטיגען מאמענט פון ערב די הכתרה (קרוינונג) פון המלך, ווען אלע ענינים פון מחשבה, דיבור ומעשה מוזן זיין גאר אין אן אנדער אופן פון דערהויבנקייט,

ביז צו דער פולער אנטפלעקונג פון ג-טלעכקייט אין פערזענלעכן לעבן, אין זיין אומגעבונג, און אין דער גאנצער וועלט ,

אין איינקלאנג מיט דער תפילה: מלוך על העולם כולו כו' וידע כו' ויבין כו' ויאמר כל אשר נשמה באפו ה' אלקי ישראל מלך ומלכותו בכל משלה (זאל דיין קעניגלעכע הערשאפט זיך אויסשפרייטן איבער דער גאנצער וועלט..און זאל וויסן..

פארשטיין..און זאגן יעדער איינער וואס אטעמט: ג-ט, דער ג-ט פון ישראל, איז קעניג, און זיין קעניגטום הערשט אין אלץ).

אריינטראכטענדיג זיך אז קיין זאך ווערט ניט פארפאלן, זעט מען אז עס איז ניטא קיין גרונט פאר עצבות און מוטלאזיקייט, ניט נאר בנוגע דער צוקונפט, נאר אויך ניט בנוגע דעם עבר. פארקערט, אין דער פולער זיכערקייט, אז דער אויבערשטער איז משגיח אויף יעדן איינעם און איינע און העלפט יעדע גוטע תנועה און פעולה, קען דער מענטש צוגיין צו די הכנות צום נייעם יאר מיט פולשטענדיגער שמחה. און אויב אפילו געוויסע ענינים אין דעם פארגאנגענעם יאר רופן ארויס א טיפן באדויער, איז אבער אין דער זעלבער צייט דא די איבערוועגענדע שמחה וואס

דער אויבערשטער האט געגעבן די מעגלעכקייט צו פארוואנדלען אפילו זדונות ר"ל, אין זכיות. עס איז אויך פארשטענדלעך, אז ווען א זאך ווערט געטאן מיט שמחה און זיכערקייט, ווערט עס אפגעטאן אויך מיט מער הצלחה.

השם יתברך זאל העלפן יעדן איינעם און איינע, בתוככי כלל

ישראל, אויסצונוצן די דאזיגע מעגלעכקייט אין דער פולסטער מאס ובשמחה ובטוב לבב.

בברכת כתיבה וחתימה טובה לשנה טובה ומתוקה

מנחם שניאורסאהן

Kehot Publication Society · commercial

יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-ed9w3tsw

עותקים

אגרות קודש · עברית · Kehot Publication Societyטקסט

פעילות אחרונה

עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.

מקורות

  • sichos-kodesh-unit9370