English
ספרייה

אגרות קודש

אגרת ח'תשצא

ב"ה, כ"ז אדר, תשכ"ד

ברוקלין, נ.י.

צו דער יערלעכער מסיבה פון די "נציבי

הישיבה" תומכי

תמימים ליובאוויטש אין מאנטרעאל,

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

די יערלעכע מסיבה קומט היי-יאר פאר באלד נאך דעם יארצייט פון כ"ק אדמו"ר מוהרש"ב נ"ע, דער גרינדער פון דער ערשטער ישיבה "תומכי-תמימים" אין ליובאוויטש, צוזאמען מיט זיין זון, מיין שווער כ"ק אדמו"ר נ"ע, דער מיט-גרינדער און מנהל פועל פון דער ישיבה אין ליובאוויטש און דער גרינדער פון דער ליובאוויטשער ישיבה אין מאנטרעאל.

איינע פון די אנווייזונגען פון דעם בעל-ההילולא, וואס איז ספעציעל וויכטיג פאר אונזער צייט, איז:

אין דער איצטיגער צייט, קען מען ניט, און מען טאר ניט, מאכן חשבונות וואס עס לאזט זיך אפטאן און וואס ניט; נאר דאס וואס עס פאדערט אן אויסבעסערונג - מוז מען זיך גלייך פארנעמען דערמיט מיט אנגעשטרענגטע כוחות, און דאן העלפט דער אויבערשטער.

(קונטרס ומעין, ע' 22)

די דאזיגע הוראה איז באזונדערס נוגע דעם געביט פון חינוך. אויב מיט יארן צוריק האט מען נאך געקענט טראכטן אין געוויסע פאראנטווארטלעכע קרייזן, וואס מען קען און וואס מען קען ניט פארלאנגען פון דעם נייעם דור, און ווי אזוי "צוצוציען" זיי אד"ג.

איז אבער איצט גאנץ קלאר, אז דער איינציגער צוגאנג צו חינוך איז אוועקצושטעלן דעם חינוך אויף די פעסטע יסודות פון תורה און מצוות, אן פשרות און אן פארוואסערונגען, נאר מיט דעם ענטגילטיגען באשלוס, אז מ'דארף און מ'מוז אין דעם טאן מיט אנגעשטרענגטע כוחות. דאן איז מען געזיכערט, אז מען פירט אויס מיט ג-ט'ס הילף אין דער פולסטער מאס.

בפרט אז אונזער דור שרעקט זיך ניט פאר אן ארויספאדערונג ("טשאלענדזש") און איז שטענדיג מער גרייט אויפצונעמען דעם פולן אמת ווי א האלבן-אמת, אדער א פערטל-אמת.

און דאס איז דער צוגאנג פון "תומכי-תמימים", וואס דער נאמען אליין ווייזט שוין אויף תורת ה' תמימה - די ג-טלעכע תורה, סיי נגלה דתורה און סיי פנימיות התורה, תורת החסידות - איז איינע און א גאנצע; און די תלמידים תמימים - זיינען גאנצע, גאנצע אין זייערע השקפה און גאנצע אין זייערע הנהגה.

די הצלחה, בעזרת ה', פון דער ליובאוויטשער ישיבה תומכי-תמימים אין מאנטרעאל האט באשטעטיגט ווי ריכטיג דער צוגאנג איז. עס איז צו האפן, אז די חשובע בעלי-בתים, וועלכע האבן דערמעגלעכט דעם כסדר'דיגען וואוקס, אין כמות און אין איכות, פון דער ישיבה אין פארלויף פון די אלע יארן, וועלן אויך ווייטער אנשטרענגען אלע כוחות צו דערהאלטן און נאך מער אויסברייטערן אלע טעטיקייטן פון דער ישיבה.

דער זכות פון החזקת התורה און הפצת התורה והמצוות וועט זיכער אלעמען ביישטיין, יעדן איינעם און איינער שי', אין אלץ וואס מען נויטיגט זיך, בגשמיות וברוחניות.

בברכה להצלחה ולבשורות טובות.

נדפסה בלקו"ש חי"ב ע' 150.

אן פשרות: ראה גם לעיל אגרת ח'תרצד, ובהנסמן בהערות שם.

יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-5y9ee0g4

עותקים

אגרות קודש · עברית · Kehot Publication Societyטקסט

פעילות אחרונה

עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.

מקורות

  • sichos-kodesh-unit8791