אגרות קודש
אגרת ח'תתקסה
אל בני ובנות ישראל בכל מקום שהם
דער אויבערשטער האט באשטימט, אז יציאת מצרים זאל פא8רקומען אין חודש האביב (פרילינג חודש). און די תורה זאגט אן, אז מען מוז ספעציעל אכטונג געבן אז פסח זאל אלעמאל אויסקומען אין פרילינג חודש: שמור את חודש האביב ועשית פסח לה' אלקיך, כי בחודש האביב הוציאך ה' אלקיך ממצרים לילה - "היט דעם פרילינג חודש און מאך פסח פאר ג-ט דיין ג-ט, ווארום אין פרילינג חודש האט דיך ג-ט דיין ג-ט ארויסגעפירט פון מצרים באנאכט".
כדי אפצוהיטן, אז פסח זאל אויספאלן אין חודש האביב - נעמענדיק אין אכט, אז אונזער לוח איז איינגעשטעלט לויט דער לבנה, וואס דאס שאפט א יערלעכן אונטערשיד פון ארום עלף טעג לגבי דער זון, און די זון באשטימט דאך די תקופות פון יאר - האבן מיר יעדע צוויי אדער דריי יאר אן "עיבור יאר" - אזוי ווי הייאר - ווען עס קומט צו א גאנצער חודש, אדר. אזוי ארום ווערט "אויסגעגליכן" דאס יאר פון דער לבנה מיט דעם יאר פון דער זון, און פסח פאלט אויס שטענדיק אין דעם חודש האביב. און דורך דעם ווערן אויך די חדשים פון יאר, און אלע ימים טובים, רעגולירט און איינגעשטעלט אין זייער ריכטיקער צייט.
דאס וואס יציאת מצרים איז פארגעקומען אין פרילינג חודש, ווערט דערקלערט פון אונזערע חכמים ז"ל אלס א ספעציעלער חסד פון דעם אויבערשטן, וואס ער האט די אידן ארויסגעפירט פון מצרים אין דער בעסטער צייט פון יאר. אבער ווי אין אלע ענינים פון תורה, איז אויך אין דעם פאראן פילע אנווייזונגען, רמזים און טעמים פארן כלל און פארן פרט. איינע פון די נקודות וואס איך וויל דע ארויסברענגען, וועט קלאר ווערן ווען מען באטראכט די אומשטענדן בא וועלכע עס איז פארגעקומען יציאת מצרים:
הונדערטער יארן זיינען די אידן געווען פארשקלאפט בא א פאלק וואס האט דאן באהערשט אלע ארומיקע פעלקער, ניט נאר מיטן גראבן כוח פון "רייטוועגענער און רייטער" (רכבו ופרשיו), נאר אויך מיט זיין געוואלדיקער איבערגעוויכט אין די געביטן פון וויסנשאפט, אין אלץ וואס מען רופט היינט אן "קולטור" און "ציוויליזאציע".
די קולטור און ציוויליזאציע פון מצרים האבן זיך געשטיצט אויף די נאטור-כוחות און נאטור דערשיינונגען, ספעציעל - דער טייך נילוס. דאס לאנד מצרים איז כמעט אינגאנצן פריי פון רעגן; מענטשלעכע דערפינדלעכקייט האט אבער געשאפן א קינסטלעכע באוואסערונג, וואס האט פארוואנדלט מצרים אין א פרוכטבארן גארטן, ארומגערינגלט פון מדבריות.
די דאזיקע אומשטענדן האבן מיטגעבראכט א פארצווייגטע געצנדינערישע קולאר, וואס האט געהאט צוויי הויפטשטריכן: די פארגעטערונג פון די כוחות פון דער נאטור, און די פארגעטערונג פון די כוחות פונם מענטשן וואס האט פארשטאנען ווי אויסצוניצן די כוחות פון דער נאטור. דערפון איז בלויז א קורצער שריט צו דער פארגעטערונג פון פרעה'ן, וועלכער האט פארקערפערט אין זיך דעם מצרישן אידעאל פון דעם "געניאלן" מענטשן.
אזא סיסטעם, וואס האט באטראכט די וועלט אלס א צוזאמענשטעל פון מערערע "נאטור כחות", צווישן וועלכע עס איז אויך דער "כח" פון מענשן, מיט'ן צוגאב פון דער פילאזאפיע אז כוחי ועוצם ידי עשו לי את החיל הזה - "מיין כוח און די מאכט פון מיין האנט האבן מיר איינגעשאפן דעם גאנצן פארמעגן"; האט געפירט צו דער נידעריקסטער גייסטיקער און מאראליש-עטישער געפאלנקייט, וועלכע האט אויך "בארעכטיקט" די אומפארשעמטסטע פארשקלאפונג און גרויזאמקייטן צו דעם פיזיש-שוואכערן מענטש אדער פאלק.
די געצנדינסט און איבערגלויבן פון די מצריים האבן דערגרייכט זייער שטארקסטן אויסדרוק אין דער צייט פון דער יערלעכער באנייאונג פון די כחות פון דער נאטור - אין דעם פרילינג חודש, דער חודש פון "מזל טלה", און דער שעפס איז געווען פון די הויפט-סימבאלן פון דער מצרישער עבודה-זרה.
און אט קומט משה רבנו מיט דער בשורה פון "פקוד פקדתי" - אז עס איז געקומען די צייט ווען דער ג-ט פון אברהם יצחק און יעקב האט באשלאסן צו באפרייען די אידן פון פרעה'ס הענט און פון גלות מצרים.
ס'איז שוין געווען 210 יאר ווי די אידן זיינען געווען אונטערגעווארפן צו פרעה'ן; א טייל איד זיינען שוין אפילו געווען פארשלונגען פון דער מצרישער "קולטור"; קיין הילף פון די ארומיקע פעלקער האט מען ניט געקענט דערווארטן; קיין איינציקער שקלאף האט (ביז דאן) ניט געקענט באפרייען זיך פון מצרים; עס איז פשוט ניט געווען קיין שום אויסזיכט, פון א נאטירלעכן שטאנדפונקט, צו באפרייען דאס אידישע פאלק פון מצרים - און דאך פארזיכערט זיי משה רבנו, אז די צייט פון באפרייאונג איז געקומען.
עס איז אבער פאראן איין באדינג: משכו וקחו לכם צאן למשפחותיכם ושחטו הפסח!
משכו - ציט זיך צוריק פון דער עבודה-זרה פונם לאנד; וקחו לכם גו' - נעמט אייך א שעפס (דאס וואס די מצריים האבן פארגעטערט) און שעכט אים אלס קרבן פסח פאר ג-ט. ס'איז ניט גענוג צו פארלייקענען די מצרישע עבודה-זרה בא זיך אין הארצן, אדער אפילו בא זיך אין דער היים, פארבארגענערהייט און שטילערהייט; נאר דוקא אין דער עפנטלעכקייט, אן מורא, לויט אלע פרטים וועלכע זיינען געווען פארבונדן מיטן קרבן פסח אין מצרים.
און דאן פארזיכערט משה רבנו אין נאמען פון דעם אויבערשטן, אז ניט נאר מ'וועט באפרייט ווערן פון מצרים, נאר אז פרעה אליין וועט זיי הייסן ארויסגיין פון מצרים; די גאולה וועט פארקומען ניט אין דער צייט ווען די כוחות פון דער נאטור זיינען איינגעדרעמלט און פארבארגן, נאר דוקא אין חודש האביב,, אין דעם רעכטן מיטן פון דעם פרילינג חודש, ווען די נאטור אנטפלעקט אירע שטארקסטע כוחות.
דערמיט ווערט אונטערשטראכן, אז עס זיינען ניטא קיין אפגעזונדערטע וועלטן: א וועלט פון נאטור און נאטור כחות און א וועלט פון "העכער פון וועלט", וואס אמאל באהערשט איינע די צווייטע און אמאל פארקערט; עס איז די בלויז איין און איינציקער ג-ט, וואס ער איז דער אבסאלוטער בעל-הבית איבער דער גאנצער וועלט, און פאראיינציקט אויך די גאנצע וועלט.
די דאזיקע אנערקענונג איז געקומען צום העכסטן אויסדרוק בא מתן-תורה, דער קולמינאציאן פונקט פון יציאת מצרים, וועלכער האט זיך אנגעהויבן מיט: אנכי ה' אלקיך אשר הוצאתיך מארץ מצרים מבית עבדים; לא יהי' לך אלקים אחרים גו' - "איך בין ג-ט, דיין ג-ט, וואס האט דיך ארויסגעפירט פון לאנד מצרים, פון דער היים פון פארשקלאפונג; עס זאל בא דיר ניט קיינע אפגעטער".
פונקט ווי אין מצרים אמאל, אזוי אויך היינט זיינען פאראן אזלעכע וועלכע בויען זייער לעבן אויפ'ן פארגעטערן די אזוי גערופענע נאטור כחות מיט'ן צוגאב פון דעם כוחי ועוצם יי פון דעם מענשן. מאנכע האבן געפונען אן "אויסוועג", אז בע זיך אין דער היים, האט ער אן ארט פאר דעם אויבערשט'ן אויך - אבער אין געזעלשאפט איז ער "מיט לייטן גלייך", נהי' כגוים, ואדרבה - נאך מער גוי - ווי זיי.
קומט יום טוב פסח און דערמאנט ווידער אמאל: פקוד פקדתי - איר האט קיין ברירה ניט. דיר אויבערשטער געדיינקט אייך און עס מוז זיין - משכו - אפווארפן די עבודה-זרה פונם לאנד, אין וואס פאר א פארם זי זאל זיך ניט אויסדריקן און טאן דעס עפענטליך, אן מורא, און מיט שטאלץ. וקחו לכם - נעמן זיך און אלץ וואס איר האט, אלע מעגלעכקייטן און כחות וואס איר פארמאגט - צו זיך, צו אייער אמת'ן אייביגן אידישן "איך",
און טאן דאס אלץ בחדש האביב - ניט לאזן זיך פארטומלען פון די פארפירער אז וויבאלד אז עס איז די א בליענדע וועלט מיט דעם מענשן אינמיטן און זיין כח ועוצם ידו - איז אלה אלקיך, דאס איז דיין אפגאט און צו דעם ביזט דו פארשקלאפט און ניטא קיין ארט ר"ל פאר דעם אויבערשטן -
נאר אדרבה - בחדש האביב הוציאך ה' אלקיך ממצרים - ג-ט, וואס ער איז דיין ג-ט נעמט דיר ארויס פון פארשקלאפונג אין חדש האביב - די בליענדע וועלט מיט די וואונדער אף וואונדער וואס מען זעט אין איר בריינגען עם צו נאך קלארער דערזען דעם אמת - און דעם נוסח פון אונזערע חכמים ז"ל - אז ה' אלקינו (איז) מלך העולם (דער קעניג פון וועלט) שלא חיסר בעולמו כלום (אז ער האט געמאכט אז עס זאל אין איר גארניט פעלן).
דער אויבערשטער זאל העלפן און מצליח זיין, אז פסח - זמן חירותנו זאל ברענגען יעדן איינעם און איינער בתוך כלל ישראל צו דער אמת'ער באפרייאונג פון אלע שטערונגען און באגרענצונגען און מ'זאל דינען דעם אויבערשטן בלבב שלם,
און די גאולה פון דעם פרט זאל ברענגען צו דער גאולה פון כלל ישראל, די גאולה האמתית והשלימה על ידי משיח צדקנו במהרה בימינו.
Kehot Publication Society · commercial
יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub
הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
דיווח על בעיהבלי חשבון
הטמעה באתר אחר
על הדף
פרטים
- חיבור
- אגרות קודש
- כרך
- חלק כג
- מזהה
- rh-ppwzszz8
עותקים
פעילות אחרונה
עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.
מקורות
- sichos-kodesh-unit