אגרת ח'תתקסג
ד' ניסן תשכ"ה · מרת חסיא תחי'
נאך א ליינגערן איבעררייס איז מיר אנגעקומען אייער בריף פון כ"ט אדר שני מיט דאס בייגעלייגטע, אין וועלכען איר שרייבט אז השם יתברך האט אייך געהאלפען און האט דורכגעפירט אייער הארץ פארלאנג צום גוטען, צו אפשרייבען אייער הויז לטובת אגודת חב"ד, פארן צוועק צו זיין דארט א בית תפלה ולימוד התורה.
און זיכער איז דאס א גוטער אנהויב צו פארפולקאמען די זאך אזוי אז איר אליין בא אייער לעבען זאלט הנאה האבען און געניסען די פרייד אין דעם, און איינטיילנעמען אליין מיט איעיר מאן שי' אין די תפלות אין דעם בנין.
און ווי באוואוסט דער ווארט פון מיין שווער כ"ק מו"ח אדמו"ר נשיא ישראל, אויף דעם וואס שטייט, עולמך תראה בחייך, צו פארטיילען די ענינים פאר צדקה תורה ומצות באם לעבען, און דאס איז אויך א סגולה צו אריכות ימים ושנים טובות,
און מיר זיינען צוגעזאגט געווארען אין ענליכע פאלען, אז ווען מען באשליסט מיט א שטארקייט, העלפט השם יתברך צו דורכפירען דאס מיט פיל ווייניגער שוועריקייטען ווי מ'האט זיך פארגעשטעלט, און מ'טוט דאס מיט גוטען געזונט גוטע שטימונג און מיט אמת'ע פרייד.
און מיר געפינען זיך דאך אין דעם חדש ניסן, חדש הגאולה, באפרייאונג פון אלע שטערונגען וועכלע זיינען אין וועג, צו אויספילען דעם גוטען וילען אין דער פולסטער מאס.
בברכה לבשורות טובות בכל אמור ולחג פסח כשר ושמח.
Kehot Publication Society · commercial
יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub
הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
דיווח על בעיהבלי חשבון
הטמעה באתר אחר
על הדף
פרטים
- חיבור
- אגרות קודש
- כרך
- חלק כג
- מזהה
- rh-r1msbbvy
עותקים
פעילות אחרונה
עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.
מקורות
- sichos-kodesh-unit