English
ספרייה

אגרת ח'תשמה

י"ז טבת תשכ"ד · ברוקלין.

ב"ה, י"ז טבת תשכ"ד

ברוקלין.

שלום וברכה!

אין ענטפער אויף אייער בריף פון /30;12amp& מיט דאס בייגעלייגטע, אין וועלכען איר שרייבט וועגען אייער זון שי' און זיין געדאנק וואס ער האט אייך דערציילט.

און פארשטענדליך אז דאס איז דער גרעסטער אומגליק ר"ל וועלכעס קען טרעפען, אז א איד זאל טראכטען, ווי איר שרייבט, וועגען א שיקסע, און מ'דארף טאן אלס מעגליכע צו פארהיטען פון דעם אומגליק און אלס ערשטע ליגט די פליכט אויף עלטערן, און ספעציעל אז דאס איז א אייביקער אומגליק, ניט נאר בעולם הזה נאר אויך בעולם הבא, און אויב עלטערן טוען אלעס צו פארהיטען קינדער פון ניט גוטעס אויף דער וועלט אליין, טא וויפיל דארף שוין זיין די אנשטריינגונג צו פארהיטען פון א אומגליק, דער גרעסטער, אין די ביידע וועלטען.

איך וויל ניט מאריך זיין אין אזא טיפען ווייטדיקען ענין, וואס מיט אזעלעכע טהאטען העלפט מען ארויס היטלער'ן - ימ"ש - וואס זיין ציל איז דאך געווען, ס'זאל זיין וואס ווייניגער אידען, וואס דאס איז די וועג וואס פירט צו דעם, און מ'דארף האפען אז דורך טאן מיט דער געהעריגער אנשטריינגונג צוזאמען מיט א טיפע תפלה צו השם יתברך, פון יעדערן וועלכער איז פאראינטערעסירט אין דעם אמת'ן גוטס פון אייער זון שי' און אלס ערשטע פארשטענדליך די עלטערן און די גאר נאהענטע, וועט בריינגען צו אפהיטען און פארהיטען פון דעם גרעסטען אומגליק וואס ער אליין וויל בריינגען אויף זיך, ח"ו.

און השי"ת זאל אייך העלפען צו אנזאגען א גוטע בשורה אזוי ווי איר האט געבראכט [די] ידיעה וועגען דעם טיפען צער.

מ'האט געדארפט בודק זיין די תפילין אייערע און אויך דעם זונ'ס שי' און די מזוזות אין אייער דירה אז זיי זאלען זיין אלע כשר'ה ווי דער דין איז.

בברכה לבשו"ט בכל האמור,

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א

מזכיר

Kehot Publication Society · commercial

יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-qhwwcnsj

עותקים

אגרות קודש · עברית · Kehot Publication Societyטקסט

פעילות אחרונה

עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.

מקורות

  • sichos-kodesh-unit8745