אגרת ט'כא
ח' אלול, תשכ"ה · ברוקלין.
באשטעטיג די עהראלטונג פון אייער בריף פון 1/9 מיט דאס בייגעלייגטע.
א גרויסען דאנק פאר דער גוטער בשורה, אז אייער רייזע וועט זיין אין אזא אופן ווי השם יתברך ערלויבט צו רייזען, און ניט א וועג פון חילול שבת אויפן גרעסטען פארמאט [ווען מען פארט מיט א שיף וועלכע באלאנגט צו אידען, ווערט בעארבעט פון אידען און אנגעפירט פון אידען, אין פארלויף פון די גאנצע 24 שעה פון שבת, וועלכעס פילע ארבעט פארבאטענע אום שבת ווערט געטאן, צינדען, לעשען, שרייבען, א.א.וו.].
וואס דאס איז דער גרעסטער הארץ ווייטאג צו זעהן אזעלכעס אין אלגעמיין און נאך גרעסער איז דער פארדרוס און הארץ ווייטאג, ווען מען מאכט א רייזע צו דער אונז אוןצו אלעמען הייליקע לאנד, זאל דאס געטאן ווערען מיט אזויפיל חילול שבת פון אזויפיל מענשן באשעפטיגטע אין דעם זיף, און ווי געזאגט איז גאר שווער אפילו צו דער וועגען דעם.
השם יתברך זאל העלפען, אויך אין דעם זכות פון ענדערן צום גוטען אייער רייזע פלאן, אז די רייזע זאל זיין אין א גוטער גליקליכע שעה און זאלט געבענטשט ווערען בכתיבה וחתימה טובה לשנה טובה ומתוקה.
Kehot Publication Society · commercial
יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub
הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
דיווח על בעיהבלי חשבון
הטמעה באתר אחר
על הדף
פרטים
- חיבור
- אגרות קודש
- כרך
- חלק כג
- מזהה
- rh-z9jht600
עותקים
פעילות אחרונה
עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.
מקורות
- sichos-kodesh-unit