אגרות קודש
אגרת ח'תשז
ב"ה, יום ו' ערש"ק לסדר בית אלקים וזה שער השמים, תשכ"ד
צו אלע אנטיילנעמער אין דער חגיגה פון
וחנוכת בית הכנסת החדש דק"ק בית
עס האט מיר געפרייט צו באקומען די ידיעה וועגן דער פארשטייענדער פייערונג, ביום א', ט"ו כסלו, הבע"ל. דער אויבערשטער זאל העלפן, אז עס זאל זיין בשעה טובה ומוצלחת, און אז די נייע שול זאל דינען סיי אלס בית-כנסת און סיי אלס בית-מדרש - וואו קדושה און באגייסטערונג קומען צום פולן אויסדרוק, סיי אין דאוונען מיט חסידישער ווארעמקייט און לעבעדיקייט, סיי אין לערנען תורה, נגלה און חסידות, און צו אלעם ערשטן די הלכות און דינים וועלכע זיינען נוגע דעם טאג-טעגלעכן לעבן, אין איינקלאנג מיט דעם גרונט-פרינציפ פון חכמינו ז"ל, אז דער עיקר איז דער קיום המצוות בפועל.
אלעמען איז זיכער באוואוסט, אז דער אלטער רבי בעל התניא והשלחן-ערוך און גרינדער פון חב"ד - וואס היי-יאר איז געווארן 150 יאר זינט זיין הסתלקות, און וואס די חגיגה פון אייער שול קומט פאר נאענט צו זיין יום-הגאולה, י"ט כסלו - האט זייער פיל כוחות געלעגט איינצושטעלן, אז די שול - בית כנסת ובית מדרש צוזאמען - זאל שטיין אויף דער נויטיגער הויך אין אלע הינזיכטן: בנוגע קדושת בית הכנסת, נוסח התפלה, שיעורי-לימוד ברבים, וכו'. אין אלע דורות, און ספעציעל אין אונזער צייט, איז די שול על-טהרת-הקדש דער יסוד היסודות פאר קיום התורה והמצוות פארן כלל און פארן פרט.
השם יתברך זאל געבן, אז עס זאל מקויים ווערן, אז די נייע שול זאל זיין, ווי אויבנדערמאנט, "בית אלקים וזה שער השמים" אין אלע הינזיכטן.
איך שיק מיין באגריסונג און ברכה צו אלע חברי ומתפללי בית הכנסת דחסידים, און צו די פארזאמלטע און אנטיילנעמער אין דער גרויסער שמחה של מצוה. דער אויבערשטער זאל אלעמען באגליקן, הם ובני ביתם שיחיו, אין אלץ וואס מען נויטיגט זיך בגשמיות וברוחניות גם יחד.
און אין אנבליק פון דעם יום הגאולה י"ט כסלו הבע"ל - וואס איז אויך פארבונדן מיט דער גאולה און גייסטיגער דערלייזונג פון יעדן איינעם און איינער פון אונז (גאולתנו ופדות נפשנו) - זאל השי"ת שיקן יעדן איינעם און איינער, בתוככי כלל ישראל, א דערלייזונג פון אלע שוועריקייטן און שטערונגען, צו קענען דינען דעם אויבערשטן בשמחה ובטוב לבב, און מיר זאלן אלע זוכה זיין צו דער גאולה השלימה והאמתית על ידי משיח צדקנו בקרוב ממש.
יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub
הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
דיווח על בעיהבלי חשבון
הטמעה באתר אחר
על הדף
פרטים
- חיבור
- אגרות קודש
- כרך
- חלק כג
- מזהה
- rh-9y7df7sx
עותקים
פעילות אחרונה
עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.
מקורות
- sichos-kodesh-unit