English
ספרייה

אגרות קודש

אגרת ח'תתקלג

ב"ה, ח' שבט, ה'תשכ"ה

ברוקלין, נ.י.

הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ וכו' מו"ה

שלמה שי'

שלום וברכה!

ס'איז איבעריק צו זאגן, אז איך פרעג זיך נאך אויף אייך גאנץ אפט און באקום לעבעדיקע גרוסן וועגן אייער געזונט צושטאנד און פעולות פאר בית ליובאוויטש.

דערנעענטערנדיק זיך צום סגולה טאג פון יום ההילולא פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע דערמאנט מען זיך נאטירלעך וועגן אלע גוטע פריינט וועלכע זעצן פאר זיין הייליקע ארבעט אויף די פארשידענע פראנטן אין דער ברייטער וועלט, ניט נאר אנצוהאלטן די מיט-גרויס-מי-דערארבערטע פאזיציעס, נאר אויך צו פארשטארקן און אויסברייטערן זיי - פאר החזקת התורה והמצוות און הפצת המעיינות.

דערביי האט מען די פארזיכערונג, אז דער רבי דער שווער שטייט אויף דער וואך און איז נושא רינה ותפלה פאר אלע זיינע "סאלדאטן", זיי זאלן מצליח זיין אין זיין שליחות און זאלן געבענטשט ווערן אין אלץ וואס מען נויטיקט זיך בגשמיות וברוחניות גם יחד.

בא דער געלעגנהייט וועט מען אייך ספעציעל מזכיר זיין אויף דעם ציון פון כ"ק מו"ח אדמו"ר, און דער אויבערשטער זאל העלפן, אז דער זכות פון אייערע פעולות פאר די מוסדות פון בעל ההילולא זאל אייך און אלע אייערע ב"ב שיחיו ביישטיין צו געניסן פון דער פולער מאס פון ברכות ה' בכל המצטרך, בפרט א פארבעסערונג אין געזונט צושטאנד ומאור עיניו בקרוב ממש.

בברכה להצלחה ולבשורות טובות.

Kehot Publication Society · commercial

יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-ar8xdqsx

עותקים

אגרות קודש · עברית · Kehot Publication Societyטקסט

פעילות אחרונה

עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.

מקורות

  • sichos-kodesh-unit8933