אגרות קודש
אגרת ח'תשל
צו די עסקנים און פריינט פון די בית רבקה
אלגעמיין, און צו די אנטיילנעמער אין דעם
דער היי-יאר'דיגער יערלעכער באנקעט, וואס קומט פאר בלויז עטלעכע טעג נאך חנוכה, גיט א גלענצענדע געלעגענהייט צו פארוואנדלען בי באגייסטערונג פון דעם ליכטיגען יום-טוב אין פראקטישע מעשים.
דער מוסר פון צינדען חנוכה-ליכט אנטהאלט דריי יסודות'דיגע נקודות, וועלכע האבן א דירעקטע פארבינדונג מיט די פראבלעמען פון אונזער צייט און גיבן פראקטישע אנווייזונגען:
(א) די חנוכה-ליכט (וועלכע סימבאליזירן "נר מצוה ותורה אור") דארפן אנגעצונדן ווערן ווען עס איז פינסטער. דאס לערנט אונז, אז מען טאר ניט נתפעל ווערן פאר דער "פינסטערניש" און גייסטיגער ארעמקייט, ווייל אפילו א ביסעלע ליכטיקייט פון תורה און מצוות פארטרייבט א סך פינסטערניש.
(ב) די חנוכה-ליכט דארפן אנגעצונדן ווערן אזוי אז זייער ליכטיקייט זאל ארויסשיינען אין דרויסן. דאס לערנט אונז, אז מען טאר זיך ניט באגענוגענען דערמיט וואס בא זיך אינדערהיים איז ליכטיק און ווארעם מיט נר מצוה ותורה אור; מען מוז זיך באמיען אויך ליכטיג צו מאכן אין גאס און אין דער גאנצער סביבה.
(ג) די חנוכה-ליכט ווערן אנגעצונדן מוסיף והולך - מיט א ליכטעלע מער יעדע נאכט פון חנוכה. דאס לערנט אונז, אז די ארבעט צו פארשטארקן און פארשפרייטן תורה-אידישקייט דארף זיין אין א שטייגענדער מאס, און אז די דאזיגע ארבעט אנטהאלט שוין אין זיך אליין די פארזיכערונג אויף א שטייגענדעם דערפאלג.
אונזערע חכמים, זכרונם לברכה, אונטערשטרייכן, אז אויך די פרויען - פונקט ווי די מענער - זיינען מחוייב אין דער מצוה פון נר-חנוכה, ווייל די פרויען האבן אויך געהאט א חלק אין דעם נס-חנוכה. דערביי ווערט ספעציעל אונטערשטראכן די מסירות-נפש פון די אידישע פרויען אין יענער צייט צו באשיצן די קדושה פון דער אידישער היים און צו האלטן ריין און אומבאפלעקט דעם כבוד פון אידישע טעכטער.
היינט-צו-טאג, נאך מער ווי ווען עס איז, איז דער געבאט פון דער שעה צו דערציען אידישע טעכטער אין דעם גייסט פון זייער היסטארישע ראלע - אלס די פון וועמען עס איז אין א גאר גרויסער מאס אפהענגיק דער המשך פון דעם אידישן לעבנסוועג, און דער עצם קיום פון אונזער פאלק. און דאס איז געווען דער צוועק פון כ"ק אדמו"ר, מיין שווער, אין גרינדן די בית רבקה שולעס מיט צוואנציק יאר צוריק.
איך וויל האפן, אז יעדער איינער און איינע וועלן אנערקענען אלס א פערזענלעכע אחריות און זכות צו שטיצן די בית רבקה שולעס, מוסיף והולך, אין א שטייגענדער מאס.
בפרט אז די דאזיגע ארבעט און שטיצע זיינען א צנור צו באקומען דעם אויבערשטענ'ס ברכות, אין א שטייגענדער מאס, אין אלץ וואס מען נויטיגט זיך, מאטעריעל און גייסטיג.
דער מוסר: בהבא לקמן ראה גם לקמן אגרת ח'תשלה.
חנוכה.. מוסיף והולך: שבת כא, ב.
יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub
הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
דיווח על בעיהבלי חשבון
הטמעה באתר אחר
על הדף
פרטים
- חיבור
- אגרות קודש
- כרך
- חלק כג
- מזהה
- rh-0a2p1bkp
עותקים
פעילות אחרונה
עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.
מקורות
- sichos-kodesh-unit