אגרות קודש
אגרת ח'תתקלא
צו אלע אנטיילנעמער אין דעם יערלעכן
דער היי-יארדיגער דינער קומט פאר אור ליום חמשה עשר בשבט, ראש השנה לאילנות. דאס אונטערשטרייכט די ספעציעלע פארבינדונג פון דער אונטערנעמונג מיט דעם טאג. ווארום, ווי באקאנט, זאגט די תורה, אז דער מענטש איז גלייך צו א בוים (האדם עץ השדה), וואס דערמיט גיט אונז די תורה א וויכטיגע לערע און אנווייזונג; ספעציעל אין דעם געביט פון חינוך.
ווען דער בוים איז יונג, נאכמער - ווען ער איז נאך אין דער פארם פון א גרעין, א קערנדל, דאן איז יעדע גוטע באהאנדלונג, ווי קליין און מינדערווערטיג זי זאל זיך אויסווייזן, א זאך וואס ווערט מיט דער צייט פארגרעסערט אויף א פילפאכיגען אופן, און די פולע רעזולטאטען קומען צום אויסדרוק אין דעם דערוואקסענעם בוים און אין די פרוכט וואס ער טראגט.
דאס גלייכן איז די פרטיות'דיגע ווירקונג אויף א קינד, אפילו אין א פעולה וואס קאן זיך אויסווייזן אויפן מאמענט אלס גאר א קליינע, אזוי אז מען נעמט איבערטראכטן אויב עס איז גאר כדאי צו לעגען מי און ענערגיע אויף דעם - קען אבער אויך די "קליינע" פעולה פארוואנדלט ווערן אין אן אויסערגעוויינלעך גרויסע און דויערנדע השפעה אין דער טאג-טעגלעכער הנהגה על פי תורה ומצוות. און ווי חכמינו ז"ל זאגן, אז די אמת'ע פירות זיינען די מצוות (מאי פירי - מצוות). דעריבער איז יעדער אנשטרענגונג בארעכטיגט אין דעם שעביט פון חינוך, ווארום דא האנדלט זיך וועגן די גאנצע צוקונפט פון דעם תלמיד און זיין לעבנס-לענגלעכע טובה.
דער מוסר חינוך אהלי תורה איז א מוסד וואו דער דערמאנטער צוגאנג ווערט אויפגעהאלטן און באנוצט לטובת די תלמידים שי'. דער מוסד פארדינט, דעריבער, א ספעציעלע אנשטרענגונג מצד די בעלי-בתים און פריינד צו שאפן די געהעריגע שטיצע פאר דער אויסהאלטונג און אויסברייטערונג פון דעם מוסד, אין כמות און אין איכות.
עס איז צו האפן, אז אלע חובבי תורה ומצוה וועלן זיך ווארים אפרופן אויף דעם הילפס-רוף פון דעם מוסד חינוך אהלי תורה און וועלן געבן זייער שטיצע מיט א ברייטע האנט.
איך שיק מיין באגריסונג און ברכה צו די חשובע געסט און אלע אנטיילנעמער שיחיו.
Kehot Publication Society · commercial
יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub
הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
דיווח על בעיהבלי חשבון
הטמעה באתר אחר
על הדף
פרטים
- חיבור
- אגרות קודש
- כרך
- חלק כג
- מזהה
- rh-s73nky57
עותקים
פעילות אחרונה
עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.
מקורות
- sichos-kodesh-unit